לעגענדארער בעל מנגן און משמח אלוקים ואנשים ר’ מיכאל שניצלער ע”ה

“די גוט הארץ וואס האט אזויפיל אידן משמח געווען האט אויפגעהערט קלאפן” – כ”ג ניסן תשפ”ג

Anonymous #1

איך האב נישט געקענט קיינמאל ר’ מיכא’לען זכרונו לברכה אבער ווי גאנץ כלל ישרא’ל מיטגעהאלטן זיינע קליפס. און אלץ בחורל זיינע חתונה זינגען.

איך בין אזויפיל געוואר געווארן פון זעהן דעם לווי’ אנליין. א דאנק ר’ ליפא שמעלצער ר’ פינקי וועבער און ר’ יונתן שווארץ — עס הערט זיך ווי ער איז געווען גאר א חשובער פערזאהן וואס האט מסביר געווען דעם כוח פון זיין טאלאנט. בעיקר פרייליך מאכן אנדערע מענטשן כאטש ער אליינס איז גארנישט געווען אזוי לאקי אין לייף ווי רוב וואונטשן זיך.

דער מוסר השכל דארף זיין פאר אונז אלע צו נאכמאכן זיין לעבן און שאפן מיר זענען טאקע נישט קיין בעלי מנגנים אדער בדחנים – אבער מיר זענען יא גליקלעכער ווי ר’ מיכא’ל אז מיר לעבן נאך מיר קענען נאך שמייכלן זיין שמייכל צו יעדן איינעם לעילו נשמת רבי מיכאל בן ר’ משולם זישא ז”ל