Categories
Stories

Shlepshitz Wrote

אוי וויי בד”ה איך בין באמת צושפילט און צושודערט… איך בין נישט קיין בעל הספד אבער אויך נישט קיין בעל שתקן וויפיל איך וויל שוין יא רעדן שטיקן די טרערן. אבער די פינגער קענען קלאפן און קלאפן קיינער קען עס נישט אפשטעלן, מיכאל טייערער סע טוט זיך נישט גלייבן און הערן.

מיין ברודער האט מיר גערופן ערב שבת פרעגן אויב סע אמת, איך האב אבער נאך דעמאלטס גארנישט געהערט – די טשיללס וואס איך האב באקומען ווען איך האב געהערט דערוועגן האב איך שוין נישט געהאט א לאנגע צייט. מיכאל האט פאר מיר געמיינט מער ווי סתם א זינגער. ווען ער וואלט געפירט טיש וואלט איך זיכער געגאנען זעהן ווי אזוי ער פרייט זיך מיט יעדן יוד. איך ווייס נישט ווי מע נעמט אזוינע מדריגות, על שלשה דברים העולם עומד וגו’ על הגמילות חסדים… דאס איז געווען מיכאל שניטצלער מיט אלע מפרשים!

קוק מיך נישט אן! איך וויל שרייבן ברייט (כ’האב אבער מורא) איך קען נישט נאך רביי’ס היינט מיט אזא ‘לעוועל’ גוט הארץ! די מעשיות וואס איך האב מיט געהאלטן זענען א טיפה מן הים – די חברים זיינע (און מיינע) פארציילן – די שמייכל און שמחה וואס מיכאל האט געהאט איז בכלל נישט געווען עפעס וואס יעדער פארמאגט – גראדע האלט איך אז דער אויבערשטער האט עם געמאכט זינגען ווייל אז נישט ווער וואלט מיר מחזק געווען? יא דער מיכאל האב איך געהאט אויף ‘ספיד דייל’ לאך לאך דער האט געדענקט מיינע קינדערס נעמען! מיר פלעגן רעדן אויפ’ן טעלעפאון מיר און די קינדער – יעדער האט עם ליב געהאט!

איך האב געארבייט מיט עם = ווער נישט הא? איך פלעג כסדר רעדן מיט עם ווער נישט? יעדער האט באמת געפילט ווי זיין בעסטע חבר. און בום מיכאל איז נישט דא! סע פארט יעצט ארום א קליפ ווי א היימלאזער מאן בעהט עם א קאפי און מיכאל גייט אריין אין געשעפט און קופט עם איינס. איך בין א מילליאן פערסענט זיכער אז דאס איז נישט די ערשטע מענטש וואס ער קויפט קאפי – ווי אויך בין איך 100 פערסענט זיכער אז מער אזוינע עובדות איז דא וואס מען האט נישט אפגעכאפט אויף קאמערע ווי יא!

אוי איך זיץ מיר אין קרעכץ – מיכאל אַיֶכָּה? פארפאלן מיר האבן פארלוירן א יוד וואס האט קיין פליג נישט געטשעפעט! א יוד וואס האט זיך אפגעגעבן מיט קינדער טאטעס און מאמעס – מיט א מין ליבליכקייט וואס איך האב מורא איז מער נישטא! מיאכאאאאאאלללל איך האף אז איך קען היינט ארויפגיין קיין ירושלים מיט דיר אין משיח – אויב נישט חלילה האף איך צו גיין דיר באגלייטן צום איביגן רוה!

איך האב אזויפיל צו פארציילן אבער מיין קאפ און הארת זענען ערגעץ פארבלאנדזשעט – עוד חזון למועד (איך רעזערוו דאס פלאץ) א יוד וואס האט יעדן אויפגענומען שיין – נישט יעדער וואס איז נארמאל – נאר יעדן אפי’ וואס איך האב נישט געקענט שטיין אין זיינע ד’ אמות! דער האט ארום גענומען יעדן אפי’ ברייטע ביבער היטן וד”ל – איך האב אסאך געזעהן און געהערט – נישט אומזיסט איז יעדער געווען זיין פרענד! אוי מיכאל = סע בענקט זיך!